Toras Picho Kriah Catalog - Yiddish

Learn all about the amazing Toras Picho kriah curriculum including all kriah course and kriah coaching services as well as kriah seforim, flash cards and many more.

בעזרת השם

קריאה: א מהלך פאר יעדן תלמיד.

קריאה - א קריטישער יסוד קריאה צי ווייסט איר? » אז קריאה איז גאר א וויכטיגער יסוד צום לעבן, און אז דאס איז דער שליסל צו

קענען דאווענען, לערנען און הנאה האבן פון לערנען, און אז דביקות בתורה ויר"ש קומט נאר דורך קענען גוט לערנען? » אז א קינד וואס האט נישט אויפגעכאפט קריאה ווי עס דארף צו זיין, קען אים דאס גאר שטארק שטערן זיין גאנץ לעבן? » אז דער וויכטיגסטער יסוד אין קריאה הייבט זיך שוין אָן אין קינדערגארטן? » אז אין יעדע כתה קען זיך מאכן עטליכע קינדער וועלכע צייכענען זיך נישט אויס אין קריאה? » אז עס איז דא א קלארער אויסגעטרעטענער מהלך וויאזוי מען קען בסייעתא דשמיא טוהן אלע מעגליכקייטן אז יעדעס איינציגע קינד זאל קענען ליינען ווי עס דארף צו זיין?

דאס איז וואו תורת פיך קומט אריין אין בילד.

את דברי תורתך בפינו והערב נא

יא, ענדליך איז פארהאן הילף. האט זיך געגרינדעט מיט דער מטרה צוצושטעלן פאר תורת פיך מחנכים/ות און פאר פריוואטע מלמדים א קלארן אויסגעטרעטענעם מהלך וויאזוי אויסצולערנען קריאה/עברי פאר קינדער, אויף א וועג אז יעדעס קינד זאל דאס קענען אויפכאפן, און אז דאס זאל זיין זיס און געשמאק פאר'ן קינד. שטעלט צו א פולשטענדיגן קאריקולום וויאזוי צו לערנען תורת פיך קריאה, מיט פונקטליכע אנווייזונגען פאר יעדע וואך פון דעם יאר, און דאס ווערט באגלייט מיט ספעציעלע ספרים וועלכע העלפן אויספירן דעם מהלך מן הכח אל הפועל. א חוץ פון די ספרים, איז אויך דא צו באקומען פאר די טרענירטע מלמדים א 'מדריך למלמד', וועלכער גיבט פונקטליכע אנווייזונגען פאר'ן מלמד וויאזוי אויסצופירן דעם פראגראם צו ברענגען די בעסטע רעזולטאטן. ממדריגה למדריגה האט אויסגעשטעלט א מהלך וויאזוי אויסצולערנען די תורת פיך קינדער צו ליינען, דורך בויען זייער קענטעניסן שטאפלווייז, און האבן צעטיילט די שטאפלען לויט'ן פארשטאנד פון קליינע קינדער, אז זיי זאלן נישט דארפן גיין מן הקל אל הכבד, נאר מן הקל אל הקל, מיט א פונקטליכן חשבון אז דער קומענדיגער שטאפל זאל זיי אלץ אנקומען גרינג צו לערנען און פארשטיין, און אזוי וועלן זיי בס"ד קיינמאל נישט פארלירן דעם געשמאק אין לימוד הקריאה. ווצב"ש, קודם לערנט מען נאר "קמץ", שפעטער לערנט מען אויס צו מישן נקודות מיט איין אות, דערנאך מישן די נקודות מיט אלע אותיות. די מטרה איז אז מען בויט אויף א געביידע ביים קינד, ווען יעדער שטאפל גיבט אים דעם יסוד פאר'ן קומענדיגן שטאפל. מדריגות פון הילף פונקט ווי ביים לערנען גייט מען מיט שטאפלען העכער און העכער, דאס זעלבע איז מיט דער הילף וואס מען גיבט פאר די קינדער צו

לערנען און פארשטיין, אַז מען לאזט זיי צושטאַטליך שטאפל-ביי- שטאפל פרובירן אליין, ביז זיי קענען שוין גענצליך אליין. (אַזויווי ווען מען לערנט אויס א קינד צו גיין, ווען קודם כאפט מען אָן ביידע הענט, דערנאך לאזט מען אויס איין, אא"וו.) האנט-ביי-האנט די צוויי חלקים פון די מדריגות, סיי פון די לימודים און סיי פון די הילף, מוזן ארבעטן האנט-ביי-האנט. בשעת ווען מען בויט פון איין זייט, נעמט מען אראפ הילף פון דער אנדערער זייט. און דאס מוז זיין פונקטליך אויסגערעכנט, אז די קינדער זאלן בעז"ה זיך שפירן פארזיכערט און שטארק ביי יעדן שטאפל, און מצליח זיין אנצוהאלטן דעם געשמאק ביים לערנען. קורסעס שטעלט צו א רייע פון דריי סארטן קורסעס, פאר תורת פיך , ווי אויך פאר Tutors מלמדים און לערערינס, פאר פריוואטע מלמדים/ באגלייטערס צו קענען באגלייטן די מלמדים און לערערינס איבער דעם לימוד הקריאה אינערהאלב די מוסדות, און זיי העלפן אויספירן דעם גאנצן סדר מן הכח אל הפועל. יעדע איינע פון די קורסעס, ווערן פארגעשטעלט באזונדער פאר מענער און פאר פרויען. ווי אויך האט "תורת פיך" א גאנצער אויסוואל פון קריאה-ספרים, חומר און פראדוקטן פאר די מחנכים, מלמדים און לערערינס, וועלכע זענען גאר אינסטרומענטאל און הילפבאר אז זיי זאלן קענען אויספירן זייער שליחות בשלימות. בלעטערט אדורך דעם ביכל צו באקומען אן איבערבליק פון אונזערע קורסעס, ספרים און מאטעריאלן.

ר' דוד יוסף אונגר מייסד סדר הלימוד ומדריך ראשי

ר' אהרן לאמפין מייסד ומנהל המכון

ר' אהרן האט אנגעהויבן זיין ערפאלגרייכע קאריערע אין קריאה בערך אין שנת תשס"ז לפ"ק, אלס פריוואטער מלמד פאר קינדער וועלכע האבן געדארפט פריוואטע הילף מיט עברי. ער האט זיך באנוצט מיט'ן מהלך פונעם מייסד ר' דוד יוסף אונגר שליט"א, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אן אויסטערלישער סוקסעס. דאַן איז ער אויפגענומען געווארן צו דינען אלס מנהל פאר די יונגערע קלאסן אין א תלמוד תורה אין מאנסי, וואו ער האט אנגעהויבן איינצוזען דעם געוואלדיגן געברויך פון א קלארן סיסטעם אין לימוד הקריאה, געאייגנט פאר מוסדות, וויאזוי מען זאל אויסלערנען קריאה פאר די תלמידים מיט אן ערפאלגרייכן אויסגעטרעטענעם מהלך וואס איז שוין בדוק ומנוסה. מיט דעם געדאנק האט ער ממשיך געווען אוועקצושטעלן ערפאלגרייכע מערכות הקריאה אין מערערע מוסדות התורה. און דאס זענען געווען די קערנדלעך וואס פון דעם איז ארויסגעוואקסן דער "מכון תורת פיך", געבויט אויפן מהלך פון ר' דוד יוסף שליט"א.

אין שנת תשנ"ה לפ"ק האט ר' דוד געלערנט מיט א קבוצה בחורים וועלכע האבן זיך גאר שטארק געמוטשעט אין לערנען. נאך א קורצע צייט האט ער איינגעזען אז רוב פון זיי האבן פשוט געהאט שוועריגקייטן צו ליינען, וואס דאס האט זיי אלע יארן געשטערט צו לערנען. האט ער אנגעהויבן צו זוכן וועגן וויאזוי צו העלפן די בחורים וועלכע האבן נישט אויפגעכאפט קריאה אלס קליין קינד, און זענען שוין נעבעך געווען צוקלאפט נאָכ'ן אַזויפיל מאָל דורכפאלן. איז ער ארומגעגאנגען צו מערערע מלמדים מומחים און אבזערווירט וויאזוי מען לערנט אויס די קינדער ליינען, און פון יעדן זיך געלערנט אנדערע מהלכים און סטראטעגיעס וויאזוי אויפצובויען א קינד צו פארשטיין וויאזוי צו ליינען. ער האט צוזאמגעקליבן אן אוצר פון אינפארמאציע פון אלע בעסטע מהלכים, און האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו אויפצובויען א קלארן פלאן וויאזוי מען קען שטאפל- ביי-שטאפל אויסלערנען קינדער פון יונגווייז-אָן דעם ריכטיגן וועג וויאזוי צו ליינען, אז זיי זאלן דאס גוט אויפכאפן און געדענקען. און פון דעם איז ארויסגעוואקסן דער העכסט-ערפאָלגרייכער סדר הלימוד פון "תורת פיך".

1 תוצאה

40 קהילות

57 שטעט

249 מוסדות

3 אנטווערפן

1 גאלדערס גרין

17 לאנדאן

1 קענוויאיילענד

5 מאנשעסטער

Gateshead 1

2 מאנטיסעלא

7 מאנטריאל

1 קיימישע לעיק

2 שיכון סקווירא 34 מאנסי

3 פלעטבוש 1 קראון הייטס

Detroit, MI 1

Long Island 2 32 בארא פארק 10 וויליאמסבורג

9 לעיקוואד

1 סטעטן איילענד

Los Angeles, CA 1

1 לינדען

1 יוניאן סיטי

Chicago, IL 1

Panama City, Panama 1

1 אופקים 4 אלעד 4 אשדוד 16 בית שמש 4 ביתר 26 בני ברק 1 ברכפלד 1 גבעת זאב 1 דימונה

Baltimore, MD 2

1 טלז סטון 9 ירושלים

2 כרמיאל 1 מודיעין 5 מודיעין עילית 1 מעלות 1 נוף הגליל 1 נתיבות

3 נתניה 2 עמנואל

4 קרית גת 1 קרית ספר

1 ערד 2 צפת

4 חיפה 1 חצור 1 טבריה

1 רחובות 1 רכסים

1 קרית אתא 2 קרית מלאכי

2 מעלבורן

וויען ׀ בעלזא ׀ ראחמאסטריווקא ׀ פאפא ׀ סקווירא ׀ קראסנא ׀ באיאן ׀ צאנז ׀ צאנז קלויזענבורג ׀ אלכסנדר ׀ גור ׀ מאשאלו ׀ סקאליא ׀ לעלוב ׀ ׀ סלונים ׀ סערט וויזניץ ׀ 45 נייטרא ׀ צאנז זוועהיל ׀ קרלין סטולין ׀ ווארקא ׀ וויזניץ ׀ מונקאטש ׀ באבוב ׀ ליובאביטש ׀ בעלזא מחנווקא ׀ באבוב דזיקוב ׀ נדבורנה ׀ ברסלב ׀ דושינסקיא ׀ דאראג ׀ סדיגורא ׀ שומרי אמונים ׀ ערלוי ׀ ביאלא ׀ מאקווא ׀ קרעטשניף ׀ כלל חסידי ׀ ווייצנער ׀ ליטאי

וואס זאגן די מחנכים

איך האב באקומען גאר א טיפן פארשטאנד וויאזוי צו טרעפן און פאררעכטן דעם שורש פונעם נישט פראבלעם, נאר צו ארבעטן צו פאררעכטן די גרייזן וואס דער תלמיד מאכט. ס. ש. – פריוואטע מלמד

דער קורס איז געווען אויסערגעווענליך הרב אונגאר . מסודר האט ארויסגעוויזן זיינע געוואלדיגע ידיעות און ערפארונג, ער האט מצליח געווען צו צעטיילן אלע חלקים און שטאפלען פון קריאה מיט אזא קלארקייט, אז אלע זענען ארויס פון דארט מיט די נויטיגע כלים צו קענען העלפן זייערע תלמידים מצליח זיין. שספעציעל האב איך זיך געלערנט וויאזוי אנצוגרייטן דעם מח פונעם תלמיד צו קענען מקבל זיין די לימודים און באמת זיך אויסצייכענען אין קריאה. ר. ה. - פריוואטע מחנכת

דער שיעור האט מיך נישט נאר געלערנט וויאזוי צו לערנען מיט די קינדער קריאה, נאר אויך וויאזוי אויפצובויען קינדער אז זיי זאלן האבן די כלים צו קענען מצליח זיין אין . ה. ק. קריאה

דער 'תורת פיך קורס' גיבט די כלים פאר מחנכים אויסצולערנען קריאה פאר אלע סארט תלמידים. עס גיבט די געדאנקען, טאקטיקן, אנווייזונגען און סטראטעגיעס וויאזוי צו קענען מצליח זיין מיט קינדער מיט אלע סארט כשרונות, דער קלארער סקעדזשועל אויף וואס צו לערנען, איז אן אויסערגעווענליכע מתנה פאר פון די בעסטע ביז די שוואכסטע. . קרויס - באלטימאר  מחנכים.

» קריאה-קורס פאר מלמדים און לערערינס

» קריאה-קורס פאר פריוואטע Tutors מלמדים/ות -

» קורס פאר קריאה- פראגראם באגלייטער

קורסעס און באגלייטונג

» פראגראם-באגלייטונג אינערהאלב מוסדות

» אהבתי תורתיך חומש קורס

קריאה קורס פאר מלמדים/ לערערינס

קורס 1

במשך די שיעורים וועלן די באטייליגטע באקומען הדרכה למעשה:

דער קורס איז געאייגנט פאר מלמדים/ לערערינס וועלכע לערנען אויס די קינדער אין אן אויסשטעל פון א כתה צו ליינען

» וויאזוי עס גייט צו דאס פארשטאנד פון א קינד

» וואס ס'פאדערט זיך מצליח צו זיין מיט אותיות, נקודות, הברות, ווערטער, און ליינען פליסיג » וויאזוי צוצוגרייטן א קינד אז ער זאל זיין רייף צו לערנען אותיות, קריאה, הברות, ווערטער אא"וו » וויאזוי א קינד נעמט אריין אינפארמאציע » וויאזוי דער מח פראצעסירט די אינפארמאציע » וויאזוי מען מאכט זיכער אז דאס קינד געדענקט וואס מ'לערנט » דער סדר וויאזוי צו

פאר מחנכות איז דער קורס צעטיילט אין א קאריקולום פון – קינדערגארטן, פיר יאר , כתה א', און 1- A פרי כתה ב'.

פאר מחנכים איז דער קורס צעטיילט אין א קאריקולום פון – קינדערגארטן, דריי יאר כתה א', און כתה ב'.

צעטיילן די לימודים און חזרות במשך דעם יאר » וויאזוי צו פארהערן די קינדער צו האלטן חשבון ווי ווייט זיי האלטן מיט

courses@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם קורס ביטע פארבינט זיך מיט אונז

קריאה קורס פאר פריוואטע מלמדים/ות Tutors -

קורס 2

במשך די שיעורים וועלן די באטייליגטע באקומען הדרכה למעשה: » צו פארשטיין די פארשידענע סארטן שוועריגקייטן וואס קענען זיך מאכן ביי תלמידים » זיך צו באקענען מיט אלע שלבים פון ליינען און די חשיבות פון יעדן שלב » די הכנות וואס דארפן געמאכט ווערן פאר יעדן שלב כדי מצליח צו זיין » אין יעדן שלב פון אותיות, הברות, ווערטער, פאראגראפן, וועלכע סארט איז שווערער ווי די אנדערע, און פארוואס » וואס ס'פאדערט זיך מצליח צו זיין מיט אותיות, נקודות, הברה, ווערטער, און ליינען פליסיג » Visual די ראלע וואס ראי' (

פריוואטע דער קורס איז געאייגנט פאר (סיי ערפארענע, און סיי נייע אינעם מלמדים/ות קינדער פעלד) וועלכע לערנען פריוואט קריאה מיט וועלכע האבן שוועריגקייטן מיט אויפכאפן קריאה

) און שמיעה perception ) Phonemic awareness ( האבן מיט דער הצלחה פון קריאה, און וויאזוי צו ארבעטן אויף דעם הינזיכט » די שטאפלען וויאזוי א קינד לערנט, און די ראלע פונעם מלמד און תלמיד ביי יעדן שטאפל » דער ריכטיגער וועג פון ליינען, און וויאזוי דאס אויפצובויען ביים קינד

courses@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם קורס ביטע פארבינט זיך מיט אונז

דער קורס איז געאייגנט פאר מחנכים/ות , צו דינען אלס באגלייטער אין מוסדות צוצושטעלן איבערזיכט, הדרכה און וועלכע באגלייטונג פאר די מחנכים/ות באניצן זיך מיט'ן 'תורת פיך' מהלך קריאה קורס פאר פראגראם באגלייטער

קורס 3

במשך די שיעורים וועלן די באטייליגטע באקומען הדרכה למעשה:

» צו פארשטיין דעם סדר הלימוד מיט א קלארקייט

» צו פארשטיין די וויכטיגקייט פון יעדן שלב פונעם סדר הלימוד » וויאזוי דער סדר הלימוד איז צעטיילט געווארן לויט די טעג און וואכן פונעם יאר » די שוועריגקייטן וואס קינדער האבן מיט אויפכאפן די חלקי הקריאה » די שוועריגקייטן וואס מחנכים האבן מיט'ן אויסלערנען די חלקי הקריאה » דער מהלך פון בויען די מעגליכקייט פון די קינדער

שטאפל-ביי-שטאפל » וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די מחנכים אויף אן אנגענעמען וועג

» ווי אויך לערנט מען זיך אלע חלקים פון זייער אויפגאבע און וויאזוי דאס אויסצופירן אויפן בעסטן אופן

courses@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם קורס ביטע פארבינט זיך מיט אונז

כדי די קינדער זאלן קענען מצליח זיין ביים לימוד הקריאה, גאר וויכטיג צו האבן א קלארן איז פלאן מיט נאכאנאנדע שטיצע, . באגלייטונג, עצות און אויפזיכט דאס נעמט אריין אין זיך גאר אסאך פרטים. דעריבער איז נישט שייך אז דאס זאל זיין די אויפגאבע פונעם מנהל/ת וועלכע זענען אחראי בכלליות אויף אלעם וואס קומט פאָר אין א חדר/שולע. ווי אויך, היות דער לימוד הקריאה איז א פלאן וואס ציט זיך פאר יאר, און ביי יעדן קינד איז 3-4 עס אן המשך פון יאר צו יאר, באגלייטונג אינערהאלב מוסדות הוספה צום פראגראם

די געווענליכע ארבעט פון א באגלייטער:

דעריבער ווען עס איז דא א באגלייטער וועלכער באגלייט יעדן תלמיד פו יאר צו יאר, און שטעלט צוזאם די ארבעט פון איין כתה מיטן קומענדיגן כתה, איז דאס א געוואלדיגע טובה פאר די הצלחה פון די קינדער. ווען די מחנכים האבן א באגלייטער וועלכער שטייט זיי צוהילף און גיבט זיי כסדר'דיגע שטיצע און הדרכה, קענען זיי פיל גרינגער מצליח זיין מיט יעדן . אבער אָן דער ריכטיגער תלמיד/ה באגלייטונג איז זייער שווער זיך צו האלטן צום פלאן בשלימות.

• קלארמאכן די צילן – איבערגיין דעם מהלך און סדר הלימוד מיט די מחנכים/ות, און זיכער מאכן אז זיי זענען קלאר, סיי וואס מען גייט לערנען און סיי וויאזוי מען גייט עס אויסלערנען פאר די קינדער. • דוגמא-שיעור – דער באגלייטער וועט איינמאל פארלערנען פאר די קינדער, בשעת ווען דער מלמד קוקט זיך צו און לערנט זיך די יסודות וויאזוי אויסצופירן דעם תורת פיך מהלך אינעם אויסשטעל פון א קלאס. • אבזערוואציע – דער באגלייטער וועט אבזערווירן וויאזוי דער מלמד לערנט פאָר א שיעור פאר'ן קלאס, און וועט געבן חיזוק און אנווייזונגען וויאזוי צו גיין ווייטער. • פארשריט – דער באגלייטער וועט כסדר איבערגיין מיט'ן מלמד די פארשריט פון די תלמידים/ות, און צוזאמען אויספלאנירן וויאזוי זיך צו רוקן פאראויס.

צוויי אפציעס פון באגלייטונג: 1

2

'תורת פיך' קען צושטעלן א וועלכער וועט זיין ממונה באגלייטער אויף דער הצלחה פונעם מוסד, און שטיין צוהילף פון די מלמדים.

א ספעציעלן קורס 'תורת פיך' האט צו טרענירן א מחנך אינעם מוסד , וועלכער זאל קענען דינען אלס אליין (זע דריטן קורס) באגלייטער אין דעם מוסד.

coaching@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-501-9186 אהרן לאמפין ׳ פאר מער אינפארמאציע איבער דער באגלייטונג ביטע פארבינדט זיך מיט ר

אהבתי תורתך חומש קורס

נייע קורס פאר מלמדים

די קורס א ״ בה הידועה. אט די קורס האט געעפענט די אויגן פאר פילצאליגע מלמדים און אריינגעברענגט א נייע משמעות אין זייער עבודת הקודש.

די קורס וועט אייך געבן א קורצע אבער גאר קלארע איבערבליק איבער וויאזוי איבערצוגעבן די הייליגע פסוקי התורה אויף א פארנעם אז די קינדער זאלן עס ווירקליך מיטלעבן און ארויסהאבן וואס זיי לערנען. דאס וועט טוישן אייער ס ׳ בליק און אייערע תלמידים געשמאק אינעם קלאס צימער.

אין צוגאב וועלן אייערע תלמידים ערהאלטן די ריכטיגע מהלך וויאזוי מען דארף אפלערנען א פסוק חומש. פארשטיין די הייליגע ווערטער און ארויסהאבן די פסוקי התורה.

פרעגט אייך פשוט נאך ביי סיי ווער עס האט נאר גענומען דעם קורס. די צופרידנהייט ראטע איז אומגלויבליך.

courses@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם קורס ביטע פארבינט זיך מיט אונז

» ספרים פאר די תלמידים

» קריאה-ארבעט העפטן

» שרייבן-ארבעט העפטן

» חומש אהבתי תורתיך

ספרים און חומר/פראדוקטן

» קארטלעך און געצייג פאר מחנכים/ות

יארגאנג 3-5

חלק א׳ תורת פיך -

מטרה אויסצולערנען אותיות און נקודות

דער חלק איז צעטיילט אויף די פאלגענדע חלקים: » דער אות וואס מען לערנט די וואך, און חזרה אויף אלע אותיות » שינון האותיות פון אלע אותיות צוזאמען אויף גאר אן אינטערעסאנטן מהלך, וואס האלטן די קינדערלעך אינטערעסירט » נקודות – קודם די נקודה אליין, דערנאך די נקודה מיט די אותיות, כסדרן ושלא כסדרן, דערנאך קורצע ווערטער וועלכע פארמאגן נאר די נקודה פון ביז אהער, קודם כסדרן און דערנאך שלא כסדרן

דער ספר איז אויסגעשטעלט מיט דעם אן אויסטערלישער קלארקייט סדר אויסצולערנען די קינדער צו דערקענען דעם אות אין סיי וועלכן אויסשטעל, ווי צב"ש יעדער אות באַזונדער פאר זיך, גרעסער און קלענער; דערנאך די אותיות אויסגעמישט, צוזאמען מיט נאך וואס גיבט אותיות און מיט נקודות, פאר די קינדער די געוואוינהייט און רגילות זיך נישט טועה צו זיין מיט , און זיין קלאר באהאוונט די אותיות מיט יעדן אות באזונדער.

ווערט באנוצט אין כתה »

קינדערגארטן תלמוד תורה: » קינדערגארטן  מיידל שולע: 1-A און פּרי

orders@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 4-6

חלק ב׳ תורת פיך -

מטרה אויסצולערנען ליינען ווערטער דער סדר פון דעם ספר איז געבויט אויף לאנגע יארן ערפארונג פון שוועריקייטן וואס תלמידים האבן , און געהאט ביים לערנען און ליינען עס איז אויסגעשטעלט געווארן פון גרינגערע צו שווערע ווערטער, פון קורצערע ביז לענגערע. אַזוי אויך איז עס געדרוקט מיט גרויסע קלארע אותיות, און אסאך פלאץ צווישן איין ווארט און אנדערן, און איין שורה צו דער אנדערער, צו פארגרינגערן פאר די תלמידים

דער חלק איז צעטיילט אויף די פאלגענדע חלקים: » א קורצע חזרה אויף די אותיות, כסדרן ושלא כסדרן

» חזרה אויף די נקודות צוזאמען מיט די אותיות, כסדרן ושלא כסדרן

» אפענע הברות (אות/נקודה), ווי אויך ווערטער מיט געמישטע נקודות, שטאפלווייז ממדריגה למדריגה » פארמאכטע הברות (אות/נקודה/אות), און שוא נח (שוא וואס מ'זאגט נישט ארויס) » שוא נע (שוא וואס מ'זאגט יא ארויס אנהייב, אדער אינמיטן, א ווארט) » כללי הקריאה (ווי צב"ש קמץ – חסיד'יש, מפיק ה', פתח גנובה, און נאך כללי שוא) » חיזוק פון אותיות און כללים, און חזרה אויף די כללים ביי מער קאמפליצירטע ווערטער

ווערט באנוצט אין כתה »

כתה א תלמוד תורה: » 1-A פּרי  מיידל שולע:

און כתה א

» חזרה דורך ליינען באקאנטע ווערטער וואס די קינדער קענען

orders@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 5-7

חלק ג׳ תורת פיך -

מטרה צו געבן פאר די תלמידים די געלעגנהייט איבערצו'חזר'ן אלע כללים וואס זיי האבן געלערנט ביז היינט, כדי עס זאל זיין הרגל נעשה טבע

דער סדר החזרות איז צעטיילט אויף עטליכע פרקים, ווי פאלגענד: » חזרה אויף די נקודות

» חזרה אויף די כללים פון שווא » חזרה אויף זיך רעכענען מיט יעדן חלק פון א ווארט » חזרה אויף די כללים פון קמץ » חזרה אויף די אותיות » ארבעט אויף צו ליינען פליסיג און ווערן באקאנט מיט ווערטער » רש"י אותיות – די תלמידים לערנען זיך אויס צו ליינען ווערטער און זאצן מיט רש"י אותיות

ווערט באנוצט אין כתה »

כתה ב תלמוד תורה: » כתה ב מיידל שולע:

orders@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 8+

חלק ד׳ תורת פיך -

מטרה אויסצולערנען צו ליינען פליסיג די מערסט קאמפליצירסטע ווערטער מיט א קלארקייט

די צילן פון דעם חלק: » זיך רעכענען מיט אלע חלקים פונעם ווארט » דערקענען כללים וואס טרעפן זיך נישט אזוי אפט » קענען ליינען ווערטער פון יעדע סארט געבוי » זיך גוט רעכענען מיט די נקודות פון די ווערטער ביים זעלבן שורש (ענליכע אותיות) » זיך אויסלערנען צוצולייגן קאפ בשעת'ן ליינען צו יעדע פרט וואס מען ליינט

איז די לעצטע אין די סעריע און איז אוועקגעשטעלט ׳ חלק ד צוזאמצונעמען אלע יסודות און כללים אין עברי, און ן קינד צו קענען אנגיין אליינס מיט ׳ געבן דעם עתיד פאר קריאה. אין דעם סעריע וועט דאס קינד זיך אויסלערנען וויאזוי צו ליינען פליסיג גאנצע פאראגראפן, פיל מיט ווערטער און אויך קאמפליצירטע קריאה, און זיך ענדגילטיג אויסלערענען צו קענען ליינען פליסיג אן בלייבן פאקוסירט אויף די הבנת הענין, אן דארפן צולייגן קיין סאך מחשבה איבער די נקודות און קריאה פאקטארן.

אין צוגאב איז דא א קורצע שיעור וואס וועט אייך מסביר זיין וויאזוי אויסצוניצן און בענעפיטירן דאס מערסטע פון דעם באנד.

ווערט באנוצט אין כתה ג' און העכער

orders@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 5-6

התחלת תהלים תורת פיך -

אויסצולערנען די מטרה פון דעם קונטרס איז , די תלמידים צו ליינען א טעקסט/פאראגראף ווי למשל א קאפיטל תהלים וואס איז א , און יעדער מערערע פסוקים צוזאמשטעל פון מערערע פסוק איז צוזאמגעשטעלט פון פיל כללים אויף איין און א געמיש פון ווערטער . מאל דער ציל פון דעם קונטרס איז זיי אריינצוברענגען אין דעם נייעם לימוד אויף א און אויסצולערנען די קינדער צו ריכטיגן וועג פארשטיין וואס א פסוק און א קאפיטל זענען, און וויאזוי זיך צו האלטן צו די כללים אפילו ווען מען ליינט א גאנצן קאפיטל אויפאמאל, מען זאָל עס נאך אַלץ ליינען ריכטיג און פליסיג. ווי אויך זיך באקאנט מאכן מיט ווערטער וואס חזר'ט זיך כסדר איבער.

געאייגנט פאר סוף כתה א'

orders@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

מדריך למלמד

א דער "מדריך למלמד" גיבט פאר'ן מלמד , טאג פונקטליכן סקעדזשועל אויפן גאנצן יאר נאך טאג, וואך נאך וואך – אן אויסגעטרעטענער , וואס דער ציל דארף זיין יענעם טאג קלארער מהלך וואך און חודש; וואס מען דארף לערנען, וואס מען דארף חזר'ן, און פונקטליך ווען מען לערנט אויפן טאוול, ווען מען לערנט אינעם ספר, אא"וו. דאס וועט העלפן דעם מלמד זיכער צו מאכן אז ער פארפעלט נישט קיין פרט, און אז די תלמידים ווי אויך כאפן אויף יעדן כלל און שלב פון קריאה. אז ער גיבט עס א געוואלדיגע רואיגקייט פאר'ן מלמד זאל זיך קענען קאנצענטרירן אויף וואס ער דארף יעצט לערנען, ווייל ער ווייסט קלאר ווען ער וועט אנקומען צו לערנען יעדן איינציגן פרט פון דעם לימוד הקריאה.

orders@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 6-7

חומש אהבתי תורתך

די קלארע מהלך אויסצולערנען די ריכטיגע דערהער וויאזוי אפצולערנען א פסוק חומש, וואס וועט אריינברענגען א ריכטיגע געשמאק פאר׳ן מלמד און פאר׳ן קינד

א מייסטערהאפטיגע יצירה וואס האט שוין געטוישט די לעבן פאר פילע מלמדים און קינדער. איבערגעבנדיג פאר׳ן מחנך א קלארע און דייטליכע מהלך וויאזוי איבערצוגעבן די הייליגע פסוקים אויף א פארנעם אז די תלמידים זאלן ריכטיג פארשטיין און ארויסהאבן וואס זיי לערנען, און דערמיט זאלן זיי עס קענען מיטנעמען פאר זייער גאנצע לעבן. די חומש איז הערליך שיין מסודר און צעטיילט, גרייט פאר'ן מלמד פארצולערנען מיט א געוואלדיגע ברירות, באגלייט און באצירט באצירט מיט א קורצע הקדמה, און די פונקטליכע אפטייטש און משמעות

פון יעדעס ווארט, און וועט עפענען די אויגן פונעם מחנך צו א נייעם דערהער.

געאייגנט פאר מלמדים פון כתה ב' און ג'

orders@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 4-8

זומער-חזרה פראגראם – ארבעט-העפטן

געאייגנט פאר דעי- קעמפס און זומער- חדרים

זעלבער צייט וואס זיי טוען געשמאקע אונטערהאלטונג אקטיוויטעטן, זאלן זיי שטייגן, איבער'חזר'ן און באפעסטיגן די לימודים וואס זיי האבן געלערנט במשך דעם יאר, אז עס זאל בלייבן ביי זיי איינגעקריצט אין זכרון. די העפטן אנטהאלטן אקטיוויטעטן פון שרייבן, פארבן און קלעבן. די העפטן קומען מיט בלעטער פון סטיקערס וועלכע זענען א טייל פון די תוכנ'דיגע אקטיוויטעטן. די העפטן זענען צעטיילט לויט די טעג און וואכן פונעם זומער, וואס וועט האלטן די תלמידים באשעפטיגט, מיט פונקטליכע ארבעט-בלעטער אנגעצייכנט פאר יעדן טאג פונעם זומער, וואס דאס וועט גאר שטארק העלפן די מחנכים זיך האלטן צום סדר.

די זומער-ארבעט העפטן האבן מיר צוזאמגעשטעלט צוליב מערערע בקשות פון מלמדים/לערערינס, וועלכע האבן געוואלט אז נאכדעם וואס זיי האבן געענדיגט א יאר מיט אזא געשמאק, זאלן זייערע תלמידים/ ות קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די ארבעט אויף קריאה במשך פונעם זומער ווען די קינדער זענען נישט אינעם מסגרת, מיט'ן זעלבן געשמאק וואס זיי האבן געהאט במשך פונעם יאר אין כתה. דעריבער האבן מיר אויסגעשטעלט די זומער-ארבעט העפטן אז ס'זאל זיין גאר אינטערעסאנט פאר די תלמידים, מיט פילפארביגע אקטיוויטעטן און וועלכע אונטערהאלטונג-בלעטער זענען מלא תוכן, אויסגעארבעט אויף א מייסטערהאפטיגן מהלך, אז אין דער

די קינדערלעך קענען נישט האבן גענוג דערפון,

יעדן טאג בלייבן זיי הונגעריג פאר נאך.

חלק ג'

חלק א'

חלק ב'

אין דעם העפט וועלן די תלמידים איבער'חזר'ן דורך אינטערעסאנטע ארבעט און אקטיוויטעטן, די אלע כללים וואס זיי האבן קונה געווען במשך דעם יאר – נקודות, שווא, קמץ שנעלקייט ביי הברות, און נאך....

דער העפט העלפט די קינדער חזר'ן ווערטער און הברות, דערקענען אותיות אינערהאלב ווערטער, דערקענען הברות פון דעם תלמיד'ס שפראך און צוזאמשטעלן באקאנטע ווערטער.

דער העפט טוט פארשטערקערן און באפעסטיגן דעם לימוד האותיות (און נקודות) וואס זיי האבן קונה געווען במשך דעם יאר.

orders@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 4-5

פון קאטשקען צו שרייבן

שרייבן איז גאר א קריטישער פאך וואס יעדער

פאר קינדערגארטן חלק א' דער חלק גרייט צו דעם קינד צו אנטוויקלען די סקילס וואס פעלן זיך אויס צו קענען מצליח זיין אין שרייבן. דאס קינד וועט זיך לערנען וויאזוי צו האלטן די שרייב-געצייג, וויאזוי צו דרייען די געצייג מיט דער האנט און פינגערס, וויאזוי צו האלטן חשבון פונקטליך וואס מען טוט מיט די שרייב-געצייג, און וויאזוי צו מאכן זיכער אז דאס שרייבעריי קומט אויס אזויווי געפלאנט. ווי אויך פארמאגט דער העפט אקטיוויטעטן פון שניידן, וואס דאס העלפט אויך אויסארבייטן די סקילס וויאזוי זיך צו באניצן מיט די הענט. עס איז הפלא ופלא צו זען וויאזוי דאס קינד הייבט אָן דעם העפט, נישט קענענדיג מאכן א שיינעם רינג, און ביים ענדיגן דעם העפט מאכט ער שיינע רינגען און אנדערע פארעמס, גרעסערע, קלענערע, איינס אינעם צווייטן, וואס דאס איז דער ערשטער און וויכטיגסטער יסוד זיך צו קענען אויסצייכענען אינעם מלאכת הכתיבה.

מענטש דארף קענען. אָבער אנטוויקלען דעם פאך פון שרייבן איז נישט קיין גרינגער עסק, און וואס יונגער מען הייבט אָן, אלץ א בעסערער שאנס האט מען מצליח צו זיין.

חלק ב' 1 A פאר כתה א', אדער ביי מיידלעך פרי- דער חלק איז ממשיך ווייטער צו אנטוויקלען די שרייבן- סקילס פונעם קינד. עס פאנגט זיך אָן מיט מאלן פיר- עקיגע קעסטלעך, דערנאך מערערע קעסטלעך באהאפטן, און אזוי רוקט זיך עס נענטער און נענטער, ביז מען הייבט אָן שרייבן אותיות מרובעות (נישט סקריפט) – צו ערשט די גרינגערע, און שפעטער די שווערערע. אזוי בויט זיך די סקילס פונעם קינד צו קענען שרייבן ווי עס דארף צו זיין.

orders@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 3-5

אותיות 3 D

לעבעדיגע זאך וואס מען קען פילן און עס אנכאפן, טראגן און ברענגען, און ווערט א חלק פון דעם קינד'ס געשמאק . ארום די אותיות דאס העלפט גאר שטארק ארויס איינצוקריצן די אותיות אין דעם זכרון , אז מען זאל שפעטער פון די קינדער קענען בויען אויף דעם די כוחות הקריאה אסאך גרינגער.

אותיות ברענגען 3 D דער באנוץ פון די אריין א געשמאקע אטמאספער אינעם קלאס; די אותיות זענען ווי געסט וואס קומען אריין אין קלאס, און די פרייליכע אותיות באגלייטן די תלמידים/ות א גאנץ יאר און א גאנץ לעבן. מען קען עס אנהאלטן מיט דער האנט, מען קען עס פילן. עס האט א ממשות. עס ווערט א חפץ – א

דא אין סייזעס: 3 8" 12" 18"

orders@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 3-6

א' ב' מתנה קארטלעך

קארטלעך פון יעדן 50( אותיות-קארטלעך 1650 א סעט פון אות), וואס א מלמד/לערערין קען טיילן פאר די קינדער אלס באלוינונג. די קינדער קענען דאס איינטוישן צווישן זיך, מען קען צוזאמשטעלן ווערטער דערמיט און שפילן עס העלפט די קינדער חזר'ן אין א פיל סארטן געימס. (איך געב דיר א ש', דו געב מיר געשמאקער אטמאספער א ג'...). דאס העלפט אויך גאר שטארק אז די קינדער די אותיות זאלן ווערן זאלן לעבן מיט די אותיות, און אז . גאר טיף איינגעקריצט אין מח

הארטע פאפיר נ.ב. די קארטלעך זענען פאבריצירט פון (אזוי ווי ביזנעס-קארדס)

א' ב' קארטלעך

דאס זענען קארטלעך פון אלע אותיות, צו ניצן ביי די פאר'ן מלמד/לערערין, לימודים צו מאכן אלע סארט שפילערייען (צב"ש אויסשפרייטן די אותיות און בעטן די קינדער "טרעף מיר א מ'" וכדו'), אדער צוזאמשטעלן ווערטער מיט די אותיות נ.ב. די קארטלעך זענען פאבריצירט פון (אזוי ווי קרעדיט- דיקן פלאסטיק גאר א קארדס)

orders@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

יארגאנג 5-8

הברות קארטלעך

וואס קארטלעך 246 א סעט פון אלע אותיות מיט אלע פארמאגט , פאר'ן מלמד/לערערין צו נקודות ניצן ביי די לימודים צאמצושטעלן ווערטער, צו טון כל מיני פעולות צו פארשטערקערן די ליינען- סקילס. נ.ב. די קארטלעך זענען פאבריצירט (אזוי ווי דיקן פלאסטיק פון גאר א קרעדיט-קארדס)

orders@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

די שפיל איז אויסגעשטעלט אין שטאפלען, פון גרינגער צו מער קאמפליצירט און תוכן׳דיג

אלפע-בילד

. אלפע-בילד איז א געניאלער חידוש נעמליך א געשמאקע שפילצייט פראדוקט, פון וואס די קינדער וועלן שטארק הנאה האבן, ווען אין די זעלבע צייט וועט עס בויען זייער סקילס אין קריאה. דער חידוש פונעם שפיל איז אז דאס איז עפעס וואס איז געאייגנט פאר יעדע איינציגסטע קינד. אין חדר, קלאס צימער, טעראפי-סעסיע אדער סתם אזוי א געשמאקע תוכן׳דיגע שפיל אין יעדע אידישע הויז. עס איז געשמאק און ברענגט אריין דאס קינד אין א וועלט פון אותיות און ווערטער, און אין די זעלבע צייט האט די קינד הנאה פון א געשמאקע אינהאלטסרייכע שפיל.

» דיגע שפיל ׳ א געשמאקע און תוכן » געאייגענט פאר קלאסן און כיתות » קינדער 8 יעדע באקס איז גענוג פאר

פאר מער אינפארמאציע, אנטיילצונעמען אין די קורסעס, אדער צו באשטעלן סיי וועלכע מאטעריאל:

845-444-3611 : רופט info@kriah . org אימעיל: kriah . org באזוכט:

Page 1 Page 2 Page 3 Page 4 Page 5 Page 6 Page 7 Page 8 Page 9 Page 10 Page 11 Page 12 Page 13 Page 14 Page 15 Page 16 Page 17 Page 18 Page 19 Page 20 Page 21 Page 22 Page 23 Page 24 Page 25 Page 26 Page 27 Page 28

training.kriah.org

Made with FlippingBook Proposal Creator