יארגאנג 4-8
זומער-חזרה פראגראם – ארבעט-העפטן
געאייגנט פאר דעי- קעמפס און זומער- חדרים
זעלבער צייט וואס זיי טוען געשמאקע אונטערהאלטונג אקטיוויטעטן, זאלן זיי שטייגן, איבער'חזר'ן און באפעסטיגן די לימודים וואס זיי האבן געלערנט במשך דעם יאר, אז עס זאל בלייבן ביי זיי איינגעקריצט אין זכרון. די העפטן אנטהאלטן אקטיוויטעטן פון שרייבן, פארבן און קלעבן. די העפטן קומען מיט בלעטער פון סטיקערס וועלכע זענען א טייל פון די תוכנ'דיגע אקטיוויטעטן. די העפטן זענען צעטיילט לויט די טעג און וואכן פונעם זומער, וואס וועט האלטן די תלמידים באשעפטיגט, מיט פונקטליכע ארבעט-בלעטער אנגעצייכנט פאר יעדן טאג פונעם זומער, וואס דאס וועט גאר שטארק העלפן די מחנכים זיך האלטן צום סדר.
די זומער-ארבעט העפטן האבן מיר צוזאמגעשטעלט צוליב מערערע בקשות פון מלמדים/לערערינס, וועלכע האבן געוואלט אז נאכדעם וואס זיי האבן געענדיגט א יאר מיט אזא געשמאק, זאלן זייערע תלמידים/ ות קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די ארבעט אויף קריאה במשך פונעם זומער ווען די קינדער זענען נישט אינעם מסגרת, מיט'ן זעלבן געשמאק וואס זיי האבן געהאט במשך פונעם יאר אין כתה. דעריבער האבן מיר אויסגעשטעלט די זומער-ארבעט העפטן אז ס'זאל זיין גאר אינטערעסאנט פאר די תלמידים, מיט פילפארביגע אקטיוויטעטן און וועלכע אונטערהאלטונג-בלעטער זענען מלא תוכן, אויסגעארבעט אויף א מייסטערהאפטיגן מהלך, אז אין דער
די קינדערלעך קענען נישט האבן גענוג דערפון,
יעדן טאג בלייבן זיי הונגעריג פאר נאך.
Made with FlippingBook Proposal Creator