Toras Picho Kriah Catalog - Yiddish

יארגאנג 4-5

פון קאטשקען צו שרייבן

שרייבן איז גאר א קריטישער פאך וואס יעדער

פאר קינדערגארטן חלק א' דער חלק גרייט צו דעם קינד צו אנטוויקלען די סקילס וואס פעלן זיך אויס צו קענען מצליח זיין אין שרייבן. דאס קינד וועט זיך לערנען וויאזוי צו האלטן די שרייב-געצייג, וויאזוי צו דרייען די געצייג מיט דער האנט און פינגערס, וויאזוי צו האלטן חשבון פונקטליך וואס מען טוט מיט די שרייב-געצייג, און וויאזוי צו מאכן זיכער אז דאס שרייבעריי קומט אויס אזויווי געפלאנט. ווי אויך פארמאגט דער העפט אקטיוויטעטן פון שניידן, וואס דאס העלפט אויך אויסארבייטן די סקילס וויאזוי זיך צו באניצן מיט די הענט. עס איז הפלא ופלא צו זען וויאזוי דאס קינד הייבט אָן דעם העפט, נישט קענענדיג מאכן א שיינעם רינג, און ביים ענדיגן דעם העפט מאכט ער שיינע רינגען און אנדערע פארעמס, גרעסערע, קלענערע, איינס אינעם צווייטן, וואס דאס איז דער ערשטער און וויכטיגסטער יסוד זיך צו קענען אויסצייכענען אינעם מלאכת הכתיבה.

מענטש דארף קענען. אָבער אנטוויקלען דעם פאך פון שרייבן איז נישט קיין גרינגער עסק, און וואס יונגער מען הייבט אָן, אלץ א בעסערער שאנס האט מען מצליח צו זיין.

חלק ב' 1 A פאר כתה א', אדער ביי מיידלעך פרי- דער חלק איז ממשיך ווייטער צו אנטוויקלען די שרייבן- סקילס פונעם קינד. עס פאנגט זיך אָן מיט מאלן פיר- עקיגע קעסטלעך, דערנאך מערערע קעסטלעך באהאפטן, און אזוי רוקט זיך עס נענטער און נענטער, ביז מען הייבט אָן שרייבן אותיות מרובעות (נישט סקריפט) – צו ערשט די גרינגערע, און שפעטער די שווערערע. אזוי בויט זיך די סקילס פונעם קינד צו קענען שרייבן ווי עס דארף צו זיין.

orders@kriah.org אדער דורך אימעיל 845-444-3611 פאר מער אינפארמאציע איבער דעם ספר/העפט/פראדוקט ביטע פארבינט זיך מיט אונז

Made with FlippingBook Proposal Creator