את דברי תורתך בפינו והערב נא
יא, ענדליך איז פארהאן הילף. האט זיך געגרינדעט מיט דער מטרה צוצושטעלן פאר תורת פיך מחנכים/ות און פאר פריוואטע מלמדים א קלארן אויסגעטרעטענעם מהלך וויאזוי אויסצולערנען קריאה/עברי פאר קינדער, אויף א וועג אז יעדעס קינד זאל דאס קענען אויפכאפן, און אז דאס זאל זיין זיס און געשמאק פאר'ן קינד. שטעלט צו א פולשטענדיגן קאריקולום וויאזוי צו לערנען תורת פיך קריאה, מיט פונקטליכע אנווייזונגען פאר יעדע וואך פון דעם יאר, און דאס ווערט באגלייט מיט ספעציעלע ספרים וועלכע העלפן אויספירן דעם מהלך מן הכח אל הפועל. א חוץ פון די ספרים, איז אויך דא צו באקומען פאר די טרענירטע מלמדים א 'מדריך למלמד', וועלכער גיבט פונקטליכע אנווייזונגען פאר'ן מלמד וויאזוי אויסצופירן דעם פראגראם צו ברענגען די בעסטע רעזולטאטן. ממדריגה למדריגה האט אויסגעשטעלט א מהלך וויאזוי אויסצולערנען די תורת פיך קינדער צו ליינען, דורך בויען זייער קענטעניסן שטאפלווייז, און האבן צעטיילט די שטאפלען לויט'ן פארשטאנד פון קליינע קינדער, אז זיי זאלן נישט דארפן גיין מן הקל אל הכבד, נאר מן הקל אל הקל, מיט א פונקטליכן חשבון אז דער קומענדיגער שטאפל זאל זיי אלץ אנקומען גרינג צו לערנען און פארשטיין, און אזוי וועלן זיי בס"ד קיינמאל נישט פארלירן דעם געשמאק אין לימוד הקריאה. ווצב"ש, קודם לערנט מען נאר "קמץ", שפעטער לערנט מען אויס צו מישן נקודות מיט איין אות, דערנאך מישן די נקודות מיט אלע אותיות. די מטרה איז אז מען בויט אויף א געביידע ביים קינד, ווען יעדער שטאפל גיבט אים דעם יסוד פאר'ן קומענדיגן שטאפל. מדריגות פון הילף פונקט ווי ביים לערנען גייט מען מיט שטאפלען העכער און העכער, דאס זעלבע איז מיט דער הילף וואס מען גיבט פאר די קינדער צו
לערנען און פארשטיין, אַז מען לאזט זיי צושטאַטליך שטאפל-ביי- שטאפל פרובירן אליין, ביז זיי קענען שוין גענצליך אליין. (אַזויווי ווען מען לערנט אויס א קינד צו גיין, ווען קודם כאפט מען אָן ביידע הענט, דערנאך לאזט מען אויס איין, אא"וו.) האנט-ביי-האנט די צוויי חלקים פון די מדריגות, סיי פון די לימודים און סיי פון די הילף, מוזן ארבעטן האנט-ביי-האנט. בשעת ווען מען בויט פון איין זייט, נעמט מען אראפ הילף פון דער אנדערער זייט. און דאס מוז זיין פונקטליך אויסגערעכנט, אז די קינדער זאלן בעז"ה זיך שפירן פארזיכערט און שטארק ביי יעדן שטאפל, און מצליח זיין אנצוהאלטן דעם געשמאק ביים לערנען. קורסעס שטעלט צו א רייע פון דריי סארטן קורסעס, פאר תורת פיך , ווי אויך פאר Tutors מלמדים און לערערינס, פאר פריוואטע מלמדים/ באגלייטערס צו קענען באגלייטן די מלמדים און לערערינס איבער דעם לימוד הקריאה אינערהאלב די מוסדות, און זיי העלפן אויספירן דעם גאנצן סדר מן הכח אל הפועל. יעדע איינע פון די קורסעס, ווערן פארגעשטעלט באזונדער פאר מענער און פאר פרויען. ווי אויך האט "תורת פיך" א גאנצער אויסוואל פון קריאה-ספרים, חומר און פראדוקטן פאר די מחנכים, מלמדים און לערערינס, וועלכע זענען גאר אינסטרומענטאל און הילפבאר אז זיי זאלן קענען אויספירן זייער שליחות בשלימות. בלעטערט אדורך דעם ביכל צו באקומען אן איבערבליק פון אונזערע קורסעס, ספרים און מאטעריאלן.
Made with FlippingBook Proposal Creator