ר' דוד יוסף אונגר מייסד סדר הלימוד ומדריך ראשי
ר' אהרן לאמפין מייסד ומנהל המכון
ר' אהרן האט אנגעהויבן זיין ערפאלגרייכע קאריערע אין קריאה בערך אין שנת תשס"ז לפ"ק, אלס פריוואטער מלמד פאר קינדער וועלכע האבן געדארפט פריוואטע הילף מיט עברי. ער האט זיך באנוצט מיט'ן מהלך פונעם מייסד ר' דוד יוסף אונגר שליט"א, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אן אויסטערלישער סוקסעס. דאַן איז ער אויפגענומען געווארן צו דינען אלס מנהל פאר די יונגערע קלאסן אין א תלמוד תורה אין מאנסי, וואו ער האט אנגעהויבן איינצוזען דעם געוואלדיגן געברויך פון א קלארן סיסטעם אין לימוד הקריאה, געאייגנט פאר מוסדות, וויאזוי מען זאל אויסלערנען קריאה פאר די תלמידים מיט אן ערפאלגרייכן אויסגעטרעטענעם מהלך וואס איז שוין בדוק ומנוסה. מיט דעם געדאנק האט ער ממשיך געווען אוועקצושטעלן ערפאלגרייכע מערכות הקריאה אין מערערע מוסדות התורה. און דאס זענען געווען די קערנדלעך וואס פון דעם איז ארויסגעוואקסן דער "מכון תורת פיך", געבויט אויפן מהלך פון ר' דוד יוסף שליט"א.
אין שנת תשנ"ה לפ"ק האט ר' דוד געלערנט מיט א קבוצה בחורים וועלכע האבן זיך גאר שטארק געמוטשעט אין לערנען. נאך א קורצע צייט האט ער איינגעזען אז רוב פון זיי האבן פשוט געהאט שוועריגקייטן צו ליינען, וואס דאס האט זיי אלע יארן געשטערט צו לערנען. האט ער אנגעהויבן צו זוכן וועגן וויאזוי צו העלפן די בחורים וועלכע האבן נישט אויפגעכאפט קריאה אלס קליין קינד, און זענען שוין נעבעך געווען צוקלאפט נאָכ'ן אַזויפיל מאָל דורכפאלן. איז ער ארומגעגאנגען צו מערערע מלמדים מומחים און אבזערווירט וויאזוי מען לערנט אויס די קינדער ליינען, און פון יעדן זיך געלערנט אנדערע מהלכים און סטראטעגיעס וויאזוי אויפצובויען א קינד צו פארשטיין וויאזוי צו ליינען. ער האט צוזאמגעקליבן אן אוצר פון אינפארמאציע פון אלע בעסטע מהלכים, און האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו אויפצובויען א קלארן פלאן וויאזוי מען קען שטאפל- ביי-שטאפל אויסלערנען קינדער פון יונגווייז-אָן דעם ריכטיגן וועג וויאזוי צו ליינען, אז זיי זאלן דאס גוט אויפכאפן און געדענקען. און פון דעם איז ארויסגעוואקסן דער העכסט-ערפאָלגרייכער סדר הלימוד פון "תורת פיך".
Made with FlippingBook Proposal Creator