ערקלערונגען! פארשידענע ווערטער וואס מיר ניצן אין דעם ספר קענען זיין פרעמד פאר'ן ליינער. מיר לייגען דא פאר אייך די עלקערונג פון געוויסע געדאנקען וואס איר וועט זעהן ביים ארבעטן מיט דעם, מיר האפן אז דאס וועט אייך לייכטער מאכן צו קענען גרינג און ריכטיג געבן פאר'ן תלמיד צו פארשטיין וואס ער דארף טוהן ביי דעם ארבעט.
הברה – אפענע הברה – פארמאכטע הברה
א הברה איז א חלק פון א ווארט וואס מען ארויסזאגן. א אות אליינס אן א נקודה איז שווער ארויסצוזאגן און אויך האט דאס נישט קיין מיינונג אין שפראך, ווען דער אות באקומט א נקודה קען מען אים זאגן, ווי אויך קען דאס שוין האבן א מיינונג, צום ביישפיל "די" "גיי" "ער" אד"ג.
עס זענען פארהאנען צוויי סארט הברות, אפענע הברותאון פארמאכטע הברות. אאפענע הברה איז צוזאמגעשטעלט פון א אות מיט א נקודה.
איז א אפענע ִּ א פארמאכטע הברה איז צוזאמגעשטעלט פון א אות מיט א נקודה און נאך אן אות. צום ביישפיל ב ם איז א פארמאכטע הברה וויבאלד דאס איז צוזאמגעשטעלט פון אן ִּ הברה, עס האט נאר א אות און א נקודה. ב אות מיט א נקודה און נאך אן אות.
ליינען ווערטער הברה'דיג
ווען מיר זאגן ווערטער וואס זענען פאר אונז באקאנט זאגן מיר זיי ווי א גאנצע ווארט, אנדערש איז ווען מיר ליינען א ווארט וואס איז אונז נישט באקאנט זאגן מיר דאס הברה'דיג דאס מיינט יעדע הברה איינצעלווייס.
ווען מיר לערנען אויס די קינדער וויאזוי צו ליינען בעטן מיר זיי צו ליינען הברה'דיג אזוי וועלן זיי ליינען רואיג יעדע חלק אן קיין גרייזן. פון די אנדערע זייט ארבעטן מיר כסדר אז די קינדער זאלן צוזאמשטעלן דאס וואס זיי ליינען צו די ווערטער וואס זיי קענען פון זייער שפראך אזוי ארום וועט די ליינען מיט די צייט ווערן א געשמאקע נאטורליכע ליינען.
שווא נח / שווא נע
עס זענען פארהאנען צוויי סארט שווא'ס א שווא נח און א שווא נע. א שווא נח דאס איז א שווא וואס רוהט (מלשון וינח ביום השביעי...) א שווא נע ווערט אנגערופן די שווא וואס מען הערט – א שווא וואס רוקט זיך/שאקלט זיך (מלשון נע ונד... תנועה...). עס איז פארהאן פארשידענע כללים ווען איז דער שווא נע און ווען איז ער נח. דעם ביכל איז געאייגענט נאר פאר חזרה און חיזוק הקריאה דערפאר דארפן די תלמידים שוין וויסן די פאר פשוטע כללים פון שווא און קענען מאכן די ארבעט בלעטער מיט הנאה! פתח גנובה בשעת ווען מיר ליינען ווערטער איז די סדר אז מיר זאגן צום ערשט ארויס דעם אות און דערנאך דעם נקודה (פרובירט דאס אויס, הערט אייך גוט צו ווען איר זאגט ווערטער) . אויף איין פאל איז דא ווי דער נקודה גיבט זיך א גנב'ע אריין בעפאר דעם אות און מען זאגט אים פריער, דאס איז ווען דער פתח קומט אויס צו ענדיגן א ווארט ." ַ ח ֹ נ ַ יח ִ ׁ ש ָ וועט ער זיך אריינגנב'נען בעפאר דעם אות א שטייגער ווי "מ
Made with FlippingBook Proposal Creator