ב
לכבוד די חשובע מלמדים, מחנכים און עלטערן שיחיו
מיט שבח והודאה צום השי"ת טוען מיר דא אייך פארלייגען א העכסט אינטערסאנטע קריאה חזרה פראגראם, וואס איז געאייגענט פאר קינדער וואס האבן שוין געלערנט ווערטער, כללים און קענען שוין אויך ליינען תהלים.
ווי באקאנט, טוען עלטערן און מחנכים שטרעבן אז זייערע קינדער / תלמידים זאלן ווייטער שטייגן בלימוד הקריאה אפילו אין די זוממער חדשים ווען די קינדער זענען מער פארשפילט, פון די אנדערע זייט ווערט דאס אבער פיל שווערער - אין די טעג - צו ברענגען דעם קינד צו ליינען. עפ"י די בקשה פון מנהלי המוסודות האבן מיר זיך אריינגעלייגט אין די ארבעט ארויסצוגעבן דעם ביכל.
מיט דעם ביכל וועלן די קינדער איבערגיין אסאך פון די לימודים וואס זיי האבן געלערנט במשך פון דעם יאהר, דורך אינטערסאנטע ארבעט וואס וועט זיי האלטן געשפאנט און ווערן א חלק פון זייער געשמאקע זוממער אקטיוויטעיטן.
דער ביכל איז געאייגענט פאר קינדער וואס האבן גענדיגט כתה א', און ארויף, פאר סיי וועלכע יארגאנג וואס וויל מחזק זיין זייער קריאה אויף א געשמאקע וועג במשך פון די זוממער טעג.
די בעסטע אופן צו נוצן דעם ביכל איז במסגרת פון א מוסד, דעי קעמפ, זוממער חדר וכדו'. אויב מאכט איר דאס מיט א קינד פריוואט, מאכט זיכער אז ער פארשטייט וואס ער דארף צו טון אויף דעם בלעטל.
מיר האפן אז די קינדער וועלן הנאה האבן פון דעם חזרה און ממשיך זיין צו שטייגן מעלה מעלה ביז צום זאגן "טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף" אמן. אהרן לאמפין דוד יוסף אונגאר
3
Made with FlippingBook Proposal Creator